Thursday, August 7, 2008

עסט ברידערלעך, עסט געזונטערהייט

יאנקל פרייליך, "דער שטערן", תמוז תשס"ז
כלל ישראל איז אין געוויסע זאכן זייער גוט אוועקגעשטעלט, עס איז היינט א דור וואס מען פרובירט יעדן העלפן, מיט כל ערליי מומחים און סופארט גרופעס. אויף יעדן סארט זאך וואס האט נאר א דיעגנאזע מיט אסאך לאטיינישע אותיות זענען דא ארגינאזאציעס קאמיסיעס און סוב קאמיסיעס צו העלפן, פון עצה'ן ווי צו גיין, שאפן א גוטן ספעציאליסט, פארוואנדלען דעם אנשטאלט פאר א פייוו סטאר האטעל ביז צושטעלן קלאון'ס און פארוויילונגען, אזש דער געזונטער פילט זיך אויסגעשפילט.

מיר קרענקט דאס הארץ אויף א גרופע אידן וועמען מען דערגייט די יארן קיינער העלפט זיי נישט און קיין שום וואולטעטיגע ארגינאזאציע קוקט זיך נישט אום אויף זיי. בעצם ליידן זיי דאך אויף גארנישט אבער די דאקטורים און בעיקר די דאקטאריי סטאטיסטיקס דראען זיי אז גראבע שטארבן מיט עטליכע וואכן פריער, א גראבער קען שווערער אראפטאנצן מיט א פאראשוט אין א סכנה ר"ל וכדומה. מען ווארפט זיי ארום ווי אין די צוריקגעשטאנענע מיטל אלטער תקופות פאר קיין שום סיבה אין די וועלט, מען טרעפט נישט קיין זאכליכע רפואות פאר זיי מען שפעט זיי אפ און מען העלפט זיי גארנישט. מען שניידט שטיקער פון זיי און מען רעדט זיי צו נארישע עצות.

דאס זענען מיין באליבטע פריינט דער געזעלשאפט פון "גראבע" די אידן וואס זענען עטוואס גרעבער, דיקער פעטער אדער פעשער פון די נארמע, פון די קארגע פאר לעכער וואס מען מאכט אויפן פאסיק, די אומגליקליכע ווערן ארומגעווארפן ווי אין א באל קארט, קיינער עפנט נישט קיין ארגינאזאציע פאר זיי, קיין איין דאקטאר איז נישט קיין "גראבעיאלידזשיסט" יעדער זאגט עפעס אנדערש איינער זאגט נאר נישט קיין פלייש , איינער זאגט נאר נישט קיין סטארטש, איינער זאגט נאר נישט קיין צוקער, איינער זאגט נאר נישט זאלץ איינער זאגט נאר אסאך שפאצירן און איינער טענה'ט נאר פילן און מעדיצינען אנדערע זאגן נאר אפעראציעס העלפן, א פיזישאן טענה'ט אז אלעס ווענדט זיך אין עקסערסייז א פסיכיאטריסט זאגט אז א טראומא אין די קינדער יארן מאכט דעם מענטש דיק אין זיין אונטערן באוואוסטזיין, מען קען גראב ווערן און מאגער ווערן אויף איינמאל פון די קעגנגעזעצטע מיינונגען.

איך פערזענליך בין נישט פון די אומגליקליכע אבער ווי יעדער איד פארמאג איך נישט ווייניג גוטע פריינט וואס זענען נעבעך יא, אבער ווי קען איך זיי אנרופן גוטע פריינט ווען עס גייט דורך חדשים און איך זעה זיי נישט, זיי אנטרונען און דאן פלוצים זיי זענען דא, איך פרעג איינעם פון זיי ווי ביסטו געווען, ער ווייסט נישט וואס איך וויל ביז ער כאפט זיך אה איך האב געהאט פארלוירן הונדערט פונט האסטו מיר נישט דערקענט, יעצט האב איך עס צוריק באקומען כאחד האדם, דער פעריאד שפילט זיך איבער גאנץ אפט אזוי ארום אז דער יחיד אליין האט שוין פארלוירן טויזנטער פונטן, אזוי פארלירט נעבעך כלל ישראל טאנען און פונטן וואס מען האט קונה געווען מיט מיה און פלאג, די געוועזענע אידישע פונטן דרייען זיך ארום אין די גויאישע גאסן ואין דורש. תשתפכנה פונטן קודש בראש כל חוצות.

איך האב מחליט געווען צו נעמען די זאך אין די הענט אריין, במקום שאין אנשים השתדל להיות איש. איך האב מיר אינטרעסירט און אנאליזירט גרויסע עסערס און איך האב געברענגט גרויסע מסקנות, אט איז א ליסטע פון עצות טובות וואס איך האב צוזאמען געקליבן פון מיין עקספיריענס, עצות וואס זענן נאך נישט געדרוקט געווארן, עס איז געווען בבחינת לבא לפומא לא גליא אבער עס איז אנגענומען פוק חזי מאי עמא דבר.

איך האב זיך שטארק אריינגעטראכט האב איך געזעהן אז טראץ וואס די דאקטורים פארשווייגן די אלע עצות האט עס אבער שטארקע יסודות אין אונזערע מקורות. וכן מורין בבי מדרשא

אט זענען זיי:

1) אז מען עסט עפעס ווען קיינער זעהט נישט, מען רוקט אין טאש אריין ביי א חתונה, מען עסט אונטערן ווייבס רוקן, מען עסט איינמאל א סעודה און נאכדעם ביים שבת שבע ברכות הייבט מען אן מיט א פרישקייט פון קידוש, און דאס גלייכן דאס האט נישט קיין קאלעריעס און מאכט נישט גראב. (אפשר צוליב ווייל אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין)
2) אז מען עסט א געשטאפטע גאנז א קארב פעטנס און א טאץ קוגל און מען נעמט א דיעטע משקה שווענקט דער משקה אוועק דאס עסן און די קאלעריעס אנטרונען גענצליך. א געזונטער טשערי אויבן פונעם אייזקרים און דער סטראבערי פונעם קעיק כשרט דער גאנצער זאך.(אפשר איז דער באלדיגער תשובת המשקל פונעם דייעט סאדע גענוג קרעפטיג אז עס איז עוקר דעם חטא למפרע)
3) אויב עסט מען צוזאמען מיט נאך איינעם און דער אנדערער עסט מער נעמט ער צו זיין חלק ונחלה אלע קאלעריעס און מען קען עסן כאוות נפש.( עס איז אן ענין פון ביטול און הכנעה דער קטן צום גדול ווי דער קטן ווערט אינגאנצן בטל ווי א דאר שטיקל קליפת השום)
4) א מאכל וואס מען עסט לרפואה למשל אייזקרים אין א מסוכןדיג הייסע טאג, הייסע טשיקן זופ (מיטן קניידל פארשטייט זיך) אין א פארפרוירן קאלטן טאג, חמין במוצאי שבת מלוגמא, א ווארעמע זיסע טעלער גריס, ליקער פאר ציין ווייטאג, איינפאסטן ערב תענית, ווערט נישט פאררעכנט ווי קאלעריעס ( דער עיקר מענטש איז דער דעת אויב טראכט ער פון רפואה שאדט דאס נישט)
5) א עסן וואס דער עיקר איז נישט דער עסן נאר דער אטראקציע, למשל שמועסן מיט א חבר ביי א קאקאש קעיק מיט א קאווע, גרויסע סעודות ביי א דינער אדער א חתונה ווי דער עיקר איז די דרשה און דער צוזאמטערעף, און דאס עסן איז ממש גארנישט איז דער עיקר דער אטראקציע. און די קאלאריעס רעכענען זיך דערמיט ( ווען עס איז דא א עיקר און א טפל איז דער עיקר דער עיקר לגבי ברכה אפשר אויך לגבי פעטקייט)
6) קליינע שטיקעלעך פון א שיינע קעיק מאכט נישט פעט, דער פראצעדור פון צוברעקלען געט א געלעגנהייט פאר די קאלעריעס אוועקצוגיין, דאס זעלבע עסן גאר צוביסלעך, זיצן נעבן א קעיק פאר שעה און כמעט גארנישט עסן און נאך א שעה איז נישט דא קיין זכר דאס שטאטקייט האט א כעמישן ווירקונג אויף די קאלעריעס ( איך האב נישט געטראפן קיין מקור אויף דעם אבער דער מנהג איז גענוג שטארק איך זעה אייביג אידן צוברעקלען און אראפציפן אן חשק ).
7) עסן וואס גייט נישט ארויס לאויר העולם יערט נישט און פעטיגט נישט, זכר באנדלעך למשל וואס מען לאדנט אן א קומץ, -שוחקות פארשטייט זיך- און מען שווינדעלט עס אריין אין מויל אן קיין שום שפאלט צווישן די הענט און די באנדלעך מאכט נישט פעט, די לופט קומט נישט מיט (אפשר אלס דבר הסמוי מן העין כנ"ל)
8) מאכלי מצוה שאדט נישט, אלע מאכלים פון דאנערשטאג ביים שקיעה (און לויטן היימישן מנהג פון רבינו תם ) ווען מצוות טועמיה גייט אריין אין קראפט ביז זונטאג ביים נץ ווען עס עקספייערט דער חמין במוצאי שבת. יארצייט סעודות און פארשטייט זיך שמחה של מצוה ווי תנאים אפשערן קביעת מזוזה און קל וחומר שמחת חתן וכלה ווי חתונה און שבע ברכותן. אפשר גאר אלעס וואס מען עסט בימים שאין אומרים תחנון און לויט מקילים אלע כשרע עסן, לייגט נישט צו קיין איין קעלערי ווייל שליחי מצוה אינם ניזוקים, אויב האט איינער צוגענומען פון אזא מצוה'לע איז גארנישט ווייל אי עביד לא מהני.
9) דאס וואס מען כאפט שיריים אפילו גרויסע שטיקער גאלעריטע און דאס זעלבע די טשאלנט און הערינג וואס מען צוכאפט ביי קידושים לייגט נישט צו פון די פארשאלטענע קאלעריס, פאר צוויי סיבות איינס כנ"ל אין אות 8 אלס מצוה און איינס וועגן אות 7 אז עס ווערט פארמיאוסט און אויסגעטאפט איז שלא כדרך הנאתן און פנים חדשות באו לכאן. חוץ דעם איז כח הרבים מגין.
10)עסן וואס מען לעקט פון א לעפל אדער מען נאשט פון א טאפ ברענגט נישט פעטקייט. עס איז אן די הנאה און טיילמאל נאר ריין צו מאכן דעם שמיר לעפל פון די קרים אדער פון די מאיאנעז.ענדליך צו אות 9 און אויך אות 5 ועיין שם מה שהארכתי בעזהשי"ת
11)אסאך מומחים זענען ביי די מיינונג אז קאליר האט א שטארקן השפעה אויף די עסן און ווייסע טשאקאלאד מיט מאשראום- שוועמלעך, רויטע אייסעס און טאמאטעס האבן די זעלבע נישט-קאלעריעס ( חזותא מילתא )
12)אז מען איז ממעט למשל די גרויסע מילכיגע סעודות פון די ניין טעג לאזאניע מיט קנישעס דענישעס עס איז דאך פארט מיט א דירעקטע כוונה פון נישט פלייש, איז דאך דער מענטש אינעם גוטן ריכטונג פון זיך איינצוימען. דער זעלבער ווען מען האלט זיך עטוואס צוריק למשל מען לייגט נישט די ספרינקעלס אויפן אייזקרעם אדער דעם מאסטערד אויפן פראנק. דער קאלעריע וועט זיכער זיך רעכענען מיט דעם (יעדער ביסל התגברות איז גאר חשוב)
13)דאס וואס מען האקט אויף עסן פלייש לאזט זיך זאגן אז דאס איז פאר די אומות העולם אבער אונזערע פלייש דער פראצעדור פון זאלצן ציט ארויס אלע פאסקודנע באשטאנדטיילן ווי דם און פעטס קאלעריעס וכדומה.
14)אויב א גאנצע צייט פונעם פעטן עסן מאכט מען פארווייטאגטע תנועות "עה וואס פעלט דאס אויס פאר מיר" און "אך עס איז עכט נישט גוט פאר מיר, שוין זאל שוין זיין" די ווערטער פון חרטה האבן א גרויסן קראפט.(אתי דיבור ומבטל מעשה און תוהה על הראשונות)
15)באוועגונג האט א גאר שטארקן השפעה אויפן פארדייאונגס סיסטעם און פארברענט קאלאריעס, דער היינטצייטיגער אויסשטעל פון הרחבה אז מען האט מערערע צימערן איינס פאר עסן און איינס פארן שלאפן איז גורם אז בהכרח גייט מען אפאר טריט נאכן עסן, צום בעדרום. און דאס פארברענט דעם עסן אן איבערלאזן קיין שריד ופליט.

איי וועט איר פרעגן פון ווי קומט דאס אז מען זעהט די אלע דיקע אידן וואס כגובה ארזים גובהם און זענען רחבה מני ים, עס איז דאך לא ימלט אז זיי זענען נישט זהיר אין די אלע זאכן. דער תירוץ איז בהכרח אז די אידן האבן א מחלה אז זיי ווערן דיק פון קוים עסן, זיי זענען נעבעך אומשולדיג. איי וועט איר פרעגן די באוואוסטע שאלה: "ביי די מלחמה האט מען געליטן פון אלע מחלות, פון גראבקייט האט מען נישט געהערט."

דער תירוץ איז לעניות דעתי ביי די מלחמה איז נישט געווען קיין דייעט סאדע און קיין טשעריס אויפן אייזקרים, קיין סעודות מצוה מען האט נישט אפגעלעקט קיין לעפל, עס איז נישט געווען קיין אטראקציע און עס איז נישט געווען קיין מאכלי רפואה.

איינער וואס האט אנדערע עצות זאל עס ביטע נוצן געזונטערהייט.

Wednesday, August 6, 2008

לאמיר געדענקען!

אברהם גאלד, "דער בליק", אב תשס"ז

נאכ'ן שרעקליכן חורבן וואס כלל ישראל האט געליטן מיט זעכציג יאר צוריק, האבן די גדולי הרבנים דן געווען צי ס'איז כדאי צו באשטימען א תענית אין אנדענק פון די ערגסטע מאסן הריגות וואס האט נאר פּאסירט צום אידישן פאלק. מ'האט דן געווען בכובד ראש און צום סוף איז געווען דער ענדגילטיגער באשלוס אז מ'זאל נישט באשטימען א יום תענית צוליב דעם וואס מיר זענען נישט בכוח אזוינס קובע צו זיין.

ווען מען טראכט אבער אריין האט כלל ישראל אייביג געוואלט אז די ביטערע צרות און שרעקליכע השמדות זאלן תמיד געדענקט ווערן. אנגעפאנגען ביים "זכור את אשר עשה לך עמלק", ביז די שפּעטערדיגע צרות אויף וועלכע עס זענען נתחבר געווארן אן א שיעור פּיוטים צו געדענקען וואס כלל ישראל איז אדורך. ס'איז פּשוט אז אזא חורבן ווי דער האלאקאוסט וואס כלל ישראל איז דורך, טאר אין קיין שום פאל נישט פארגעסן ווערן. נישט נאר דעם מוסר השכל – ווי דאס אז די ערגסטע השמדות זענען געשען דייקא אין דער מאדערנער "אויפגעקלערטער" עפּאכע – דארפן מיר אריינפּרעגלען אין אונזערע קינדער, נאר אויך די עצם צרות, די מאסן הריגות, די צעריסענע משפּחות וועלכע זענען אויסגעמארדעט געווארן מיט דעם גרעסטן מאס אכזריות.

טאקע דערפאר וואס מיר אלע זענען קינדער און אייניקלעך פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די מלחמה, איז דא ביי אונז אזא פאביע ווי ווייניגער צו רעדן דערוועגן, ווי כאילו אז מיט דעם פארזיכערן מיר אונזערע קינדערס וואוילזיין.
עס טאר אבער אין קיין פאל אזוי נישט זיין! זכור את אשר עשה לך עמלק!

די אידן וועלכע האבן מיטגעמאכט דעם קריג ווערן ליידער אלס ווייניגער און ווייניגער. דור הולך דור בא. רבותי! די צייט בלייבט נישט שטיין! איצט אין די ניין טעג – אין דער צייט ווען כלל ישראל דערמאנט אלע ביטערע צרות וואס מ'איז אדורך, דערציילט אייערע קינדער וואס אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט, זאלן זיי וויסן וואס מיר האבן געהאט אויסצושטיין. זאלן זיי דערציטערט ווערן ווען זיי זעען א "מעיד אין דזשערמעני" פּראדוקט און טראכטן צוויי מאל איידער'ן ניצן. זאלן זיי צעטרייסלט ווערן אז ארכי-מערדער און בלוטיגע אנטיסעמיטן ווילן שוין היינט לייקענען די אומבאשטרייטבארע פאקטן, און ליידער זענען פאראן אידישע אפּאלאגעטן צו דינען זייער בעסטיאלן ציל.

זאלן אונזערע קינדער נישט גלייבן אינעם האלאקאסט בלויז ווייל זיי זענען נוגע בדבר, זאלן זיי וויסן! עפנט זייערע קעפּ, זאגט זיי די פאקטן! ווייזט זיי די מיטגעמאכטע הענט פון עלטערע אידן מיט די גרויליגע סיסטעמאטישע ציפערן. זאלן זיי זען דעם מציאות, הערן די עדות'שאפטן, לייענען די גרויזאמע שילדערונגען פון סאביבאר און טרעבלינקע; זאל ביי זיי אין קאפּ אפּהילכן די קוילן-שאסן פון בעלזשיץ, די גאז-קאמער געשרייען פון אוישוויץ. זאלן זיי באזיצן די טריקענע אפענע ראיות, די מאנאלאגן פון אמעריקאנער און רוסישע סאלדאטן, ציטאטן פון די עקלהאפטיגע שריפטן און רעדעס פון היטלער ימ"ש.

זאלן אונזערע קינדער וויסן פון דעם נידערטרעכטיגן געלעכטער פון דעם מערדער אייכמאן ימ"ש ווען ביי זיין פּראצעס האט איינער פון זיינע געוועזענע קרבנות גע'חלש'ט פון אויפרעגונג; די דערשיטערנדע בילדער פון מאסן-קברים אנגעהויפנט מיט ברוטאל-געפּייניגטע קערפּער; אומשולדיגע צעבראכענע מענער, פרויען און קינדער טרעפנדיג זייער מיאוס'ן סוף אונטער א האגל קוילן אדער דערשטיקט צו ווערן דורך "ציקלאן בי".

ווייזט זיי דעם בילד ווי אן אכזריות'דיגער נאצי שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטן מאשין-גאן סעקונדעס איידער'ן צעלעכערן א אידישע פרוי וועלכע כאפּט ארום איר קליין קינד ווי נאר א אידישע מאמע קען.

זכור! לאמיר געדענקען!

דערציילט זיי די געשיכטעס פון אידן וועלכע דרייען זיך נאך מיט אונז לאיוש"ט, זאלן זיי וויסן מיט וועם מיר האבן די זכי' צו טיילן א וועלט. און אז איר ווייסט נישט קיין פּערזענליכע געשיכטעס דאן פרעגט אייך נאך. איך אליין בין די לעצטע וואכן געוואויר געווארן די מלחמה-געשיכטעס פון צוויי אידן וועמען איך קען שוין א סך יארן און נישט גע'חלומ'ט וואס עס באהאלט זיך אויס אונטער זיי. דער ערשטער האט חתונה געהאט פאר'ן קריג און געהאט עטליכע קינדער. ביי דער מלחמה איז זיין גאנצע משפּחה – אריינגערעכנט זיין ווייב און קינדער – אויסגעמארדעט געווארן עקה"ש. נאך דער מלחמה האט ער חתונה געהאט, ממשיך געווען צו זיצן על התורה ועל העבודה און קיינמאל מער נישט געהאט קיין קינדער. דער איד איז א ת"ח עצום, ער קען בבלי און ירושלמי בע"פּ, א זעלטענער עובד ה' באמת, און האט זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען אויף זיין גורל. זיין ווייב – די איינציגסטע קרוב וועמען ער האט געהאט אויף דער וועלט – איז נפטר געווארן עטליכע יאר צוריק, און ער האלט ווייטער אן מיט זיין געוואלדיגער עבודת ה'.

דער צווייטער האט אויך געהאט א שטוב מיט קינדער פאר'ן קריג. פּונקט ווי ביים ערשטן איז זיין גאנצע משפּחה ערמארדעט געווארן ביים חורבן. נאך דער מלחמה האט ער פריש חתונה געהאט מיט דער האפנונג אנצופאנגען א נייעם לעבן. נאך דער חתונה האט ער אנערקענט אז ער איז אריינגעפאלן מיט א נערווען-קראנקער פרוי ל"ע, וועגן גט'ן איז נישט געווען קיין רעדע אין יענע צייטן. די ערשטע צוויי קינדער וואס זענען אים געבוירן געווארן זענען געווען גייסטיש קראנקע ר"ל, ספּעציעלע היימען פאר אזעלכע קינדער האבן נאכנישט עקזיסטירט דאן און מ'האט זיי געמוזט ערציען אינדערהיים. ווען דאס דריטע קינד איז געבוירן געווארן איז זיין ווייב געשטארבן אין עלטער פון 31 יאר, אים איבערלאזנדיג זיך צו ספּראווען מיט די קראנקע קינדער און א קליין בעיבי. די עלטערע קינדער זענען אויפגעוואקסן און זיך געדרייט אין די גאסן ווערנדיג צו שפּאט און צו נאר ביי שטיפערישע קינדער. דאס דריטע קינד איז יא אויפגעוואקסן אלס א נארמאלע, זייענדיג זיין איינציגסטע נארמאלער משפּחה-מיטגליד. אין די שפּעטערע יארן זענען די עלטערע צוויי קינדער געשטארבן, און היינט באווייזט ער צו שעפּן נחת פון זיין איינציגסטע טאכטער און אירע קינדער און אייניקלעך.
אין דער זעלבער צייט איז דער איד א שיינער ת"ח, מיט א זעלטענעם חשק צו תורה אין די טיפע ניינציגער יארן.
מיר קענען נישט משיג זיין די גבורה וואס אונזערע זיידעס האבן באוויזן. מיר קענען נישט דערהערן וואס עס איז דער ריכטיגער און טיפער באדייט פון "א מלחמה-איבערלעבער".

אויב האב איך די זכי' אז עלטערע האלאקאוסט-מיטגעמאכטע אידן לייענען מיינע ווערטער, איז מיין בקשה צו אייך, האלט נישט צוריק אייערע איבערלעבענישן פון אונז; מיר ווילן הערן, מיר ווילן וויסן. דאס וועט זיין די גרעסטע נקמה וואס איז שייך אין דעם צורר ימ"ש. דערציילט אייערע אייניקלעך – ווי אויך אנדערע – וואס איר האט מיטגעמאכט, דערציילט זיי וואס איר זענט דורך. מיר ווילן הערן, מיר ווילן פארשטיין – טראצדעם וואס ביז משיח'ס טאג וועלן מיר דאס קיינמאל נישט קענען משיג זיין.

אין די ימי האבל אויף בית מקדשינו, לאמיר געבן מחשבה צו דעם שרעקליכן חורבן וואס מיר האבן גאנץ לעצטנס געליטן, קוקט אריין אין די פּיוטים וואס די גדולי הרבנים האבן פארפּאסט; אויב זאגט מען עס נישט ביי אייך אין ביהמ"ד, זאגט עס פאר זיך אליין, אדער כאטש לייענט זיי דורך און לייגטס צו הארץ אריינטראכטנדיג אין דעם טיפן אפּטייטש.

Sunday, August 3, 2008

דער אידישער גלות איז שולדיג

פון הרב אשר לעווין
אין די לעצטע טעג האב איך געטראפן מיינס א באקאנטער, א ליינער פון מיינע ארטיקלען, א טוב עין וואס אין פרידנס-צייטן זשאלעוועט ער מיר נישט קיינע קאמפלימענטן. עפעס אויף אים באמערק איך באלד אז ער האט אויף מיר א מאגן מיט טענות, אויף מיין פראגע :מדוע פניך ככה רעים היום, וואס האב איך שוין זיך פארזינדיגט?
האט ער מיר גענוי געזאגט זיינע טענות אויף מיין פאריג-וואכיגע עסיי ווי איך האב צענומען די האקליינס-און נאר ווייל ווארשיינליך טראכטן אנדערע אויך ווי ער וועל איך פובליצירן זיין טענה און מיינע ארגומענטן לעניות דעתי-

וואס -האט ער אנגעהויבן גיסן טענות- די רבנים טוען דען די בעסטע זשאב? הא? די כשרות איז אויפן העכסטן לעוועל, הא? די חינוך איז אויפן שענסטן סטאנדארט, וואס? צניעות איז נישט צריך תיקון? ביסטו אזא תמים צו טראכטן אז די ישיבות זענען פיין? זענען נישטא קיינע פראבלעמען וואס ווערן פארשטיקט? די דיני תורה זענען טויזנט פראצענט משפט צדק? איז דען נישט כלל ישראל אין א שפל המצב? איז דען נישט אין לך יום שאין קלקלתו מרובה מחבירתה?
נו וואס רייסטו אונטער אז איינער וויל צימבלען די רבנים און לייגן אויף זיי פרעשור? איז נישט א מעלה צו לייגן לחץ און פארבעסערן די רבנים? זענען דען נישטא קיין טענות אויף די רבנים? איז נישטא קיין גרויסע קשיות אויף די ארגענאזאציעס? קען מען נישט סטעמפלען א "צריך תיקון גדול" אויף די גאנצע זאך?

איך האב אים געענטפערט, און זאל עס יעדער הערן ווייל עס האט א אמת אין זיך:
יא עס איז אמת אז מיר האבן טענות, ביטערע טענות, אבער נישט אויף די רבנים, נאר אויפן אידישן גלות!
דער גלות איז שולדיג אין אונזער מצב!
עס איז געווען אמאל א צייט ווען מיר זענען געווען שרויים על אדמתם, אידן האבן געהאט א הערשאפט, עס איז געווען יד ישראל תקיפה, אידן זענען געווען אין זייער נאטורלין וואוין ארט ארץ הקודש, און אויף אידן האט געהערשט א סנהדרין, עס זענען געווען שופטים ושוטרים, מחוקקים און דיינים, א סנהדרין מיט א גרויסן בודזשעט, א אויטאריטעט וואס האט געטיילט מכת מרדות, עונשים און קנסות. עס זענען געווען מסים וארנונות וואס די מלכות האט גובה געווען, דאס האט באצאלט צווישן אנדערע אויך פאר די סנהדרין און די שרים וואס האבן שולט געווען און הכל על מקומו בא בשלום.
אפילו נאך די עפאכע פון סואווערניטעט אויף ארץ ישראל איז געווען א געוויסע אויטאריטעט ביי אידן, אלו ראשי גלותא וראשי סנהדריא שרודים את העם, עס זענען געווען נשיאים און רישי גולה, וועד ארבע ארצות און ענליכע

יעדער שולט האט פארמאגט זיינע ענינים ווי ער האט געהערשט, דער איז געווען ממונה אויף כשרות, דער אויף צניעות, דער אויף דיני ממונות, דער אויף חינוך און אויב אין עפעס האט געהערשט א שוואכקייט איז געווען צו וועמען צו גיין מיט טענות, אז אין עפעס א תחום איז אפירגעקומען א חולשה האט מען דאס באקעמפט. בית דין מכין ועונשין לצורך השעה. עס זענען געווען ווער עס זענען געשטאנען בראש פון כלל ישראל.

אז איר ווילט נאך א דוגמה, נאט אייך: אויף די רעגירונג קען מען האבן קשיות, אז רפואה איז נישט גוט גיי צו די עף די עי, אז דער חינוך איז נישט גוט טייטלט מען א פינגער אויף עדיוקעישאן דעפארטמענט, אז די פרייזן פון גאז איז הויך קומט מען מיט טענות ומענות צו די ענערגיע און עקאנאמיע אינסטאנצן. זיי עקזיסטירן פון אונזער געלט און זיי דארפן אונז דינען.

אבער אונזער געמיינדע איז עקסטרעם נישט אזוי, עס איז נישט פארהאן קיין ממשלה פון רבנים, עס איז נישטא קיין אויטאריטעט וואס ווערט אויסגעהאלטן פון קהל, קיינער האט נישט קיין שום חוב צו פארטרעטן אדער מושל זיין בישראל, כלל ישראל איז א פארפאלגט פארפיינטעט שעפעלע שה פזורה ישראל, די הנהגה פון כלל ישראל ארבעט וואלונטיריש, גדולי תורה וועמענס הארץ פלאקערט פאר אורייתא קודשא בריך הוא וישראל טוען יותר מכפי יכולתם צו טון פאר כלל ישראל, דער רב זיצט מיט אידישע בחורים און פרובירט זיי מחזק ומעודד צו זיין, דער רב פארט צו עקן וועלט צו פארזיכערן כשרות, דער תלמיד חכם טוט אין פדיון שבויים, דער ראש ישיבה טוט אין מייעץ זיין פאר צובראכענע אידן אין רפואה זאכן, די רבנים האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט קיין פריוואטקייט און קיין וואקאציע, זיי ארבעטן שווער פיר און צוואנציג שעה א טאג, מענטשן הערן נישט אויף קלונגען פון אידן וואס ווילן וויסן דבר ה' זו הלכה ביז מרי נפש וואס רבנים דינען פאר זיי ווי א דאקטאר א טאטע און א מאמע, עצות אין אלע ענינים און היבש קאפ דרייענישן.
אויב איז אמאל געווען א צוים ארום כלל ישראל איז היינט א הפקר וועלט, הגדר פרוץ וארוה כל עוברי דרך, די גדולי התורה שטייען ביי די פירצות און פרובירן מיט מסירות נפש צו אפהאלטן די פורצים.

די חשובע רבנים היושבים על מדין, אפפערן זייער לייב און לעבן פארן ציבור, וויפל מיליאנען דאלארן ווערן אויפגעטריבן דורך די רבנים צו וועמען עס קומען אן אלע צרות ישראל. וויפל הונדערטער צרות ווערן געלעזט אויפן שענסטן אופן דורך די רבנים. און די אלע זאכן זענען זיי מחוייב מער ווי א צווייטער? צו האט מען א טענה אדער א תביעה אויף א רב וואס זיצט איינגעשפארט און טוט גארנישט? אז א רב טוט וואלונטיריש לטובת הציבור איז דא א מקום צו פאדערן עפעס? אין לך בו אלא חידושו און אויסער דאנקען און מכיר טוב זיין האט עס צו קיינעם גארנישט! קענען מיר האבן א טענה אויף א וואלונטיר?

ווי זינלאז איז ווען די האטליין'ס נעמען זיך שטורעמען ווען מען ווערט געוואור פון סיי וועלכע אנטוויקלונג וואס האט א השפעה אויף כשרות, צו איז עס געשמירטע טאמאטן, געשטאפטע קיען, מסופק'דיגע טייטלבוים-אויל, הייבט מען אן מיט א העצע קאמפיין און מען שטורעמט אויף די רבנים, ווי זינלאז איז דאס, האלט טאקע איינער אז די רבנים דארפן האבן שפיאנען און אינספעקטארס אויף יעדן שיף פון מאלאזיע אהער, אין יעדן פארם אין אורוגווייא, אין יעדן טאמאטע פעלד?
יא, בזמן שיד ישראל תקיפה איז ווארשיינליך געווען די אלע זאכן, אזוי ווי די רעגירונג האלט אויף שפיאנאזש און אינפארמאציע צענטערן וואס דארף אלעס וויסן האט א אידישע מלוכה געמוזט וויסן אלעס מה שנוגע אידישקייט, אבער די רבנים, צו פאדערט זיך פון זיי עפעס?

און לו יהא אז איינער האלט אז א געוויסע סיטואציע וואלט געדארפט אנדערש באהאנדעלט ווערן קען ער קיין טענה נישט האבן, דער פאקט אז דער רב 'טוט' שענקט אים שוין אימיוניטעט פון יעדע טענה און פריישפרעכט אים פון אלעס, ווי האט דער חתם סופר געשריבן "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב - עס איז נישטא ווער עס טוט גוטס- ולא יחטא-און ער זאל נישט זינדיגן. אז מען טוט גארנישט מאכט מען קיינע טעותים. אין עשייה איז בהכרח אריינגעמישט טעותים.

דער גאנצער פלפול -זאג איך צו מיין פריינט- איז נאר אם תמצא לומר, און טעראטיש גערעדט צו איז פארהאן א צל טענה קעגן רבנים, אבער אפילו אויב לו יהא איז די האטליין גערעכט, מיר טארן אבער גארנישט טון באיסור כדאי אויפצוטון. מיר קענען נישט האנדלען מיט די תורה, מען טאר נישט עובר זיין אויף לשון הרע, אויף ניבול פה כדאי אויפצוטון. מיר זענען נישט קיין גענעראלן צו זיין בעלים איבער די מלחמה, לא עליך המלאכה לגמור ואי אתה בן חורין להבטל הימנה.זאלן טויזנט תיקונים נישט געמאכט ווערן אבער א איד זאל נישט רעדן קיין לשון הרע ברבים, ווייל מיר האבן א שולחן ערוך.

און איך האב פאר אייך נייעס -האב איך ממשיך געווען פאר מיין ידיד- מען דארף נישט 'פרעשורן' די רבנים ומורי הוראה, זיי זענען -ברובם- נישט בלויז תלמידי חכמים און יראי השם נאר אויך זשענטאל לייט...! יא מען קען מיט זיי פארפירן א פריינטליכן שמועס, זיי לאזן זיך אראפ מן ההר אל העם, מען קען זיי אפילו אויפריכטיג קריטיקירן! און עס איז נישט אזוי שווער מיט זיי דורכצוקומען ווי די הארדליינערס שטורעמען.
אז מען זעהט א פראבלעם, א זאך וואס דארף אדרעסירט ווערן איז א מצוה צו טון למעשה. מען קען ארומגיין צו די רבנים זעהן אז עפעס זאל געטון ווערן. ווייניג זאכן ווערן טאג טעגליך געטון אויפן אינציאטיוו פון ערליכע עסקנים וועלכע באקומען שטיצער פון די רבנים?
און בכלל איז וויכטיג צו וויסן א כלל ברזל אין הלכות מחאה: א מוחה וואס קומט נישט מיט קיינע אלטערנאטיוון, קיינע תיקונים, אלעס איז פסול און קארופטירט איז א פאסקודנער מושחת, א געמיינער מענטש וואס איז פוער פיו אויף יעדע כשרע זאך.

מיין חבר פרעגט מיר אבער "אין אונזער קרייז האט מען יא געהערט אז א גדול בישראל האבן געקענט אמאל אוועקמאכן די היינטיגע רבנים"
איך ערקלער אים אבער: עס איז נישט פשט אז דאס איז געווען באופן מוחלט, די אויסדרוקן אויף די היינטיגע רבנים איז נאר געווען בגדר אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם און צו ציען א פאראלעל אז רעלאטיוו צו אמאליגע ריזן איז דער אויסוואל קנאפ. די מאמרים זענען געווען געצילט פאזיטיוו צו שילדערן די אמאליגע. אבער דאס פארוואנדלען אין א דרך פון מזלזל זיין אין מורי הוראה און גדולי תורה איז א פשע בל יכופר.
און מער פון דעם, לאמיר אריינקלערן, הבה נתחכמה. צו וועט איינעם איינפאלן צו ערקלערן קריג קעגן דעם גאנצן כלל ישראל, קעגן דעם היינטיגן דור ווייל מען זעהט לשונות אז עס איז א שוואכע דור, דור יתום. ניין. דאס איז אונזער דור און נאר דאס האבן מיר. דאס איז דער דור און דאס זענען די רבנים און מיר פארמאגן נישט קיין אלטערנאטיוו.

אונזער שמועס איז געווען באגרעניצט מה שנוגע די רבנים חלק פון די האטליינס ווייל אלע אנדערע נושאי ההאטליין רעדט זיך פון הרחק מן הכיעור, און איך -אנדערש ווי זיי- פיר זיך נישט צו לופטערן כיעור אין פובליקום, אזוי ווי כלל ישראל פירט זיך שוין טויזנטער יארן און אזוי ווי מתוקנים שבאומות פלעגן זיך פירן, אלזא האבן מיר נאר בארירט אפס קצהו.

מיין חבר האט עס פארשטאנען, ער וועט שוין נישט רופן יענעם נומער, פארשטייט איר עס אויך? האפנטליך!

Wednesday, July 30, 2008

מזמור שיר חנוכת הבית

מיט גרויס שמחה טוען מיר היינט באנייען דעם בלאג וועלכער וועט בע"ה פארשטעלן ארטיקלען געשריבן אין דער חרדי'שער פרעסע דורך היימישע שרייבער.
לכבוד דער גרינדונג שטעלן מיר פאר די פענאמענאלע ארטיקלען פון דעם וועלטבארימטן דענקער און שריפטשטעלער הרב אשר לעווין.
הרב לעווין דארף מען נישט פארשטעלן פאר דעם יהדות החרדית, זיינע אויסגערופענע מאמרים אין פארשידענע אויסגאבעס זענען שוין פיל מאל געווען דאס געשפרעך פון טאג, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן אויף פארשידענע אופנים.זיינע מאמרים זענען צום פונקט, גוט געשריבן און זעלבסטשטענדיג. זיי זענען סולת נקיה, באפעפערט מיט א שפאר ביסל הומאר.צום ערשט שטעלן מיר פאר זיין ארטיקל וואס איז ערשינען מיט עטליכע וואכן צוריק איבער דעם האט ליין פון נחום ראזנבערג (בקרוב וועט אי"ה ערשיינען דער צווייטער ארטיקל אויף דעם ענין).

יישר כח אייך האט-ליין רעדנערס
דער הייליגער רשב"א שרייבט א לשון וואס מען נוצט אסאך "מפרסמין עושי מצוה"
איך וויל דא אויסדרוקן בשם כל ישראל א הארציגן דאנק פאר אידן וואס האבן מורא'דיג מזכה געווען את הרבים, אידן וואס האלטן אינמיטן אריינברענגען נייע פאזיטיווע זאכן אין כלל ישראל.
יא, איך ווייס אז זיי טוען נישט קיין מצוה, פארקערט זיי טוען זייער ווייט פון א מצוה, בלית ברירה רעדן זיי לשון הרע, זענען מלבין פנים ברבים, זענען זיך נעבעך מנבל דאס מויל, אבער זיי מיינען געוויס לשם שמים, אויפצוטון גרויסע זאכן און מיר האבן געלערנט אין דברי חז"ל "גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה"
וואספארא גרויסע זאכן טוען זיי? און וויאזוי קען מען טראכטן אז פון בארעדן און באשמוצן יעדן גדול בישראל, יעדן רב, גאון פוסק מרביץ תורה און מזכה הרבים קען ארויסקומען עפעס פאזיטיווס? ווי איז געמאלט צו זאגן אז פון רעדן די נידריגסטע ניבול פה און השחתה ווערט אויפגעטון גרויסע זאכן?

אט הערט מיין ווערסיע:
אמאל - און אמאל מיין איך נישט בלויז אמאל, נאר ביז גאר לעצטנס, און ביי געוויסע עד היום- איז געווען אין סטיל אז א איד האט זיך אמאל ביי א קופקע געוואגט און ביד רמה זיך געשטעלט רעדן לשון הרע! יא אזוי ווי איר הערט, די עבירה חמורה פון לשון הרע, און נישט בלויז לשון הרע אויף סתם אויף א יחיד. דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט. נאר עס האט זיך געמאכט אז מען האט גערעדט לשון הרע אויפן סאמע שענסטן און בעסטן, אויף די רבנים וגדולי ישראל. מען איז אויפגעקומען מיט פארשידענע קאנספיראציעס און חשבונות, דער רב זאגט אזוי ווייל ער האט חשבון פלוני ופלוני, גאונישע גג על גג חשבונות.
רעדן אויף רבנים איז פון אייביג אן געווען א נסיון, א גוטער איד האט געזאגט אלס גלייכווערטל אז ביי א חבר שטייט "ואהבת לרעך כמוך" א חבר איז שייך און עס פאדערט זיך צו ליבן, א ברודער ווידער איז שוין נישט אזוי לייכט, פארלאנגט די תורה בלויז אז פיינט זאלסטו אים נישט האבן "לא תשנא את אחיך בלבבך" א נשיא אבער איז גענוג אז די פארשעלטסטו אים נאר נישט..! דער ווערטל איז א צחוק מכאיב עס דעמאנסטרירט א געוויסע זלזול וואס מענטשן האבן מיינענדיג אז אויף ציבורישע פיגורן איז נישט שייך לשון הרע.

נישט נאר בלויז רבנים האט מען זיך געוואגט צו בארעדן נאר אויך הייליגע ארגענאזאציעס און עסקנים לשם שמים, מוסדות התורה והחסד וואס אין להם בעולמם אלא העלפן דעם ציבור הקדוש, אידן וואס זענען מקדיש זייער לעבן צו העלפן נשברי לב, האבן געוויסע מענטשליכע שוואכקייטן פון קנאה און שנאה אויסגעטראכט פארשידענע משוגענע קאפריזן ווי "יענע מוסד איז קארופטירט", יענער פאקט געלט אין טאש אריין. יענע מוסד געט ארויס באמעס. וכדומה.

אזא מין גערעדעכטס מוז אפגעשטעלט ווערן, מה עשה הקב"ה, עס האבן זיך געעפנט "האקליין'ס" מענטשן מיט שעפערישע מוחות, געזונטע פאנטאזיע קרעפטן און ארטארישע קוואליפיקאציעס האבן זיך געעפנט האטליין'ס ווי זיי טוען איין זאך: נעמליך וועבן קאנספיראציעס און דערציילן ווי באנקראטירט עס איז דער חוט המשולש פון אורייתא קודשא בריך הוא וישראל. די רבנים זענען פאלנע רוצחים און פוסטע גנבים, די עסקנים זענען פשוט קארופטירטע מאפיאנערן, די לומדי תורה אין די ישיבות און כוללים זענען שטארקע עדיקטעט צו דראגס רח"ל, שמוץ איז חוגג בראש כל חוצות, ווי מען גייט ווארפן זיך מענטשן פון די דעכער - זעלבסטמארד. אלע כשרות ארגענאזאציעס רוקן אריין חלב ודם, חזיר וארנבת אין די אזוי - גערופענע "כשרע" מאכלים אריין, די שלש עבירות החמורות איז היינט -לדבריהם- שטארק אין סטייל, און איז שוין כמעט נישט בגדר עבירה, שווער צו טרעפן היינט א קינד מיט א געהעריגן כשרן ייחוס, אלע זענען זיי אסופי'ס. אין תלמוד תורה לערנט מען מיט זיי? אזוי האט איר געמיינט- ניין! זאגן די האטליינס, מען טוט מיט זיי כל דבר אסור, מען פארוואנדלט זיי אין שקצים און רשעים. די בתי דינים פרובירן צו מאכן סדר ווען אידן האבן א סכסוך, הע אזוי האט איר געמיינט, זיי זענען דא פאר איין ציל מרבה צו זיין מחלוקת און בא'גנב'נען די ארימע.
די האקליינס האבן זיך נישט אפגעשטעלט ביי גארנישט, אלעס וואס איז הייליג און טייער איז געווארן אראפגעריסן אויף א געמיינעם אופן. דער עדה החרדית בית דין אין ירושלים איז מקודש ונערץ בפי כל, פוסק הדור בעל שבט הלוי איז דער העכסטער תורה אויטאריטעט אין די אידישע וועלט, אה וועט ער זיי אויך אראפרייסן. ארגענאזאציעס וואס העלפן אידן געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק איז חביב ונערץ ביי יעדן איד, וועט ער זיי באווארפן מיט קיתונות של שופכין.

די מאדנע וואנזיניגע דרשות האבן געהאט דעם געוואונטשענעם קאנטער ווירקונג, מענטשן האבן זיך געעפנט די אויגן "אזא פנים טראגט מען אז מען ליידט אויף דעם גייסטישן שוואכקייט פון זיין אנטי-רבנים", אזא פנים טראגט מען ווען מען וועבט קאנספיראציעס און מען טראכט אויס חשבונות.

היינט ווען א איד קומט אריין אין מקוה און זאגט "רבי פלוני האט געזאגט אזוי צוליב חשבון פלוני" טאנצן שנעל ארויף אלע נארמאלע מענטשן און זאגן אים "אוי, די ליידסט אויך אויף דעם? די נעמסט דיינע זאכן פון דארט? אוי וויי די הערסט עס? אוי נעבעך! די האסטו נישט קיין פראבלעם מיט געמיינע ניבול פה?
די זעלבע לשון הרע וואס איז נעכטן געווען בא'חן'ט און באטעמט שמעקט היינט פון משוגענע עקסטרעמיזם און רשעות'דיגע שלעכטקייט.
אז א טאטע הערט זיין בחור זאגן עפעס אויפן רב'ס חשבון זאגט ער אים שנעל "אויב מען רעדט אזוי קען מען סוף כל סוף רעדן ווי פלוני, חלילה וחס, רחמנא לישזבן"; אז א יונגל זאגט עפעס אויף זיין מלמד זאגן אים די עלטערן, אויב מען רעדט אזוי קליינערהייט קען מען וואקסן א האטליין רעדנער ווען מען ווערט גרויס!

אלזא, יישר כח אייך פארן אויפטון דאס געוואלדיגע און אויפהייבן די כח התורה און די כבוד פון כלל ישראל!

איר מעגט שוין אויפהערן

איינמאל מיר פארשטייען די פארשלייערטע מאטיוו וויאזוי די האטליין'ס ראטעווען כבוד התורה און ראטעווען שמירת הלשון, השתא דאתית להכא וויל איך בעטן די האטליין רעדנער אז עס איז שוין צייט זיי קענען שוין נעמען די פריוועליגיע פון אויפהערן זיך פארזינדיגן מיטן מויל. דער ציל איז שוין דערגרייכט געווארן.

און אויב מיינען די האטליין רעדנער אז זיי האבן טאקע יא די ערנסטע אויפגאבע פון "לייגן פרעשור אויף די רבנים"
און פאר דעם הייליגן צוועק זענען זיי זיך מנבל דאס מויל און יורש גיהנום און פירן אראפ דעם יוגענט וויל איך זיי אויפדעקן, עס קומט מיר אסאך אויס צו רעדן מיט חשובע פירנדע רבנים, טאקע די אויף וועמען ארויף די האטליינס דארפן ארויפצוגיין, די אויף וועמען ער גיסט אויס טאנען מיט נבלה-סטיל השמצות, די וועלכע דארפן כלומרשט ווערן "געפרעשורט" דורך די האטליין'ס. רבנים וועלכע פירן דעם כשרות, צניעות, דיני תורה, הוראה, הנהגה, איך שטיי אין קאנטאקט מיט עסקנים וועלכע פירן די אידישע וועלט אין אלע תחומים, די נאנטסטע שותפים מיט די רבנים, און והנה זה פלא שמועסנדיג מיט זיי מסיח לפי תומם זעה איך אז די רבנים זענען בכלל נישט "אפ-טו-דעיט" מיט די האטליינערס, זיי ווייסן נישט וואס דארטן ווערט געזאגט, זיי טראכטן נישט פון אים, זיי ווייסן נישט פון אים און ער איז בכלל נישט קיין מאן דאמר ערגעצוואו אין די רבנישע קארידארן.
ער ווערט נעבעך סתם הייזעריג ווען ער ווענדט זיך צו די רבנים.

אלזא די רבנים רעכענען זיך מיט האטליין'ס גאנץ ווייניג.

אה, זיי האלט אבער אויף די האטליין'ס פאר נאך א סיבה ווייל זיי דארפן רעדן צו די רעגירונגס אנגעשטעלטע...! זיי טענה'ן אז דער האטליין איז געצילט צו פעדעראלע אגענטורן וועלכע רעדן כידוע א פליסיגע אידיש, און ער באפעלט זיי אויפן האטליין וועמען צו ארעסטירן און וועמען נישט. צווישן רבנים האב איך א שטיקל ידיעה, צווישן די פאליטישע און רעגירונגס קרייזן בין איך נישט איבריג באהאווענט, אלזא האבן מיר אלע פארשטאנען אז אין קאנגרעס און אין פענטאגאן, אין די עף בי איי און אין די יוסטיץ קרייזן איז דער שמועס איבער אונזערע האטליין'ס. אויב אזוי איז עס נישט א קללה לבטלה, עס צילט צו די פאליטיקאנטן.
אבער אויך דער באלאן האט געפלאצט ווען במשך דעם קאמפיין זעהט דער גאנצער פאלק אלעס וואס גייט פאר מיט די פאלטישאנס, און ליידער האבן סיי מקעין סיי אבאמא און סיי קלינטאן גאר נישט ציטירט די האטליין'ס. אפילו דער האלב קוריאזער ראן פאל ווייסט נישט פון די האטליין'ס צוזאגן. די איינציגע ענדליכע לשון וואס מען האט געהערט פון פאליטיקער אין דעם קאמפיין וואס מען וואלט געקענט חלומען אז עס האט עפעס קשר צום האקליינער זענען דאס וואס מען האט געהערט עטליכע ציטאטן פון זשערמיע רייט....

אבער זייט אייך מחזק טייערע האטליינערס אפילו ווען מען טוט גארנישט אויף, אפילו ווען קיין איין נארמאלער איד הערט אייך נישט, אפילו אז קיין איינער אויף וועם איר רעדט הערט אייך נישט. דאך זענען דא אפאר בחורים וואס הערן אייך, און עס איז כידוע זייער מומלץ אז אויב א בחור האט אמאל מחשבות זרות ביים דאווענען זאל ער אייך הערן. די ריינע ווערטער, ריין פון לשון הרע און ניבול פה ברענגען אריין ריינע גינסטיגע פאזיטיווע מחשבות. א יונגער בחור אדער מיידל וואס איז נאך ריין פון די וועלטס איבלען, תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, עס איז געוואונטשן פאר זיי אז זיי זאלן הערן די זאכן,זייער ריינקייט, זייער תמימות, זייער אמונת צדיקים וועט זיך פיל שטארקן!