Wednesday, July 30, 2008

מזמור שיר חנוכת הבית

מיט גרויס שמחה טוען מיר היינט באנייען דעם בלאג וועלכער וועט בע"ה פארשטעלן ארטיקלען געשריבן אין דער חרדי'שער פרעסע דורך היימישע שרייבער.
לכבוד דער גרינדונג שטעלן מיר פאר די פענאמענאלע ארטיקלען פון דעם וועלטבארימטן דענקער און שריפטשטעלער הרב אשר לעווין.
הרב לעווין דארף מען נישט פארשטעלן פאר דעם יהדות החרדית, זיינע אויסגערופענע מאמרים אין פארשידענע אויסגאבעס זענען שוין פיל מאל געווען דאס געשפרעך פון טאג, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן אויף פארשידענע אופנים.זיינע מאמרים זענען צום פונקט, גוט געשריבן און זעלבסטשטענדיג. זיי זענען סולת נקיה, באפעפערט מיט א שפאר ביסל הומאר.צום ערשט שטעלן מיר פאר זיין ארטיקל וואס איז ערשינען מיט עטליכע וואכן צוריק איבער דעם האט ליין פון נחום ראזנבערג (בקרוב וועט אי"ה ערשיינען דער צווייטער ארטיקל אויף דעם ענין).

יישר כח אייך האט-ליין רעדנערס
דער הייליגער רשב"א שרייבט א לשון וואס מען נוצט אסאך "מפרסמין עושי מצוה"
איך וויל דא אויסדרוקן בשם כל ישראל א הארציגן דאנק פאר אידן וואס האבן מורא'דיג מזכה געווען את הרבים, אידן וואס האלטן אינמיטן אריינברענגען נייע פאזיטיווע זאכן אין כלל ישראל.
יא, איך ווייס אז זיי טוען נישט קיין מצוה, פארקערט זיי טוען זייער ווייט פון א מצוה, בלית ברירה רעדן זיי לשון הרע, זענען מלבין פנים ברבים, זענען זיך נעבעך מנבל דאס מויל, אבער זיי מיינען געוויס לשם שמים, אויפצוטון גרויסע זאכן און מיר האבן געלערנט אין דברי חז"ל "גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה"
וואספארא גרויסע זאכן טוען זיי? און וויאזוי קען מען טראכטן אז פון בארעדן און באשמוצן יעדן גדול בישראל, יעדן רב, גאון פוסק מרביץ תורה און מזכה הרבים קען ארויסקומען עפעס פאזיטיווס? ווי איז געמאלט צו זאגן אז פון רעדן די נידריגסטע ניבול פה און השחתה ווערט אויפגעטון גרויסע זאכן?

אט הערט מיין ווערסיע:
אמאל - און אמאל מיין איך נישט בלויז אמאל, נאר ביז גאר לעצטנס, און ביי געוויסע עד היום- איז געווען אין סטיל אז א איד האט זיך אמאל ביי א קופקע געוואגט און ביד רמה זיך געשטעלט רעדן לשון הרע! יא אזוי ווי איר הערט, די עבירה חמורה פון לשון הרע, און נישט בלויז לשון הרע אויף סתם אויף א יחיד. דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט. נאר עס האט זיך געמאכט אז מען האט גערעדט לשון הרע אויפן סאמע שענסטן און בעסטן, אויף די רבנים וגדולי ישראל. מען איז אויפגעקומען מיט פארשידענע קאנספיראציעס און חשבונות, דער רב זאגט אזוי ווייל ער האט חשבון פלוני ופלוני, גאונישע גג על גג חשבונות.
רעדן אויף רבנים איז פון אייביג אן געווען א נסיון, א גוטער איד האט געזאגט אלס גלייכווערטל אז ביי א חבר שטייט "ואהבת לרעך כמוך" א חבר איז שייך און עס פאדערט זיך צו ליבן, א ברודער ווידער איז שוין נישט אזוי לייכט, פארלאנגט די תורה בלויז אז פיינט זאלסטו אים נישט האבן "לא תשנא את אחיך בלבבך" א נשיא אבער איז גענוג אז די פארשעלטסטו אים נאר נישט..! דער ווערטל איז א צחוק מכאיב עס דעמאנסטרירט א געוויסע זלזול וואס מענטשן האבן מיינענדיג אז אויף ציבורישע פיגורן איז נישט שייך לשון הרע.

נישט נאר בלויז רבנים האט מען זיך געוואגט צו בארעדן נאר אויך הייליגע ארגענאזאציעס און עסקנים לשם שמים, מוסדות התורה והחסד וואס אין להם בעולמם אלא העלפן דעם ציבור הקדוש, אידן וואס זענען מקדיש זייער לעבן צו העלפן נשברי לב, האבן געוויסע מענטשליכע שוואכקייטן פון קנאה און שנאה אויסגעטראכט פארשידענע משוגענע קאפריזן ווי "יענע מוסד איז קארופטירט", יענער פאקט געלט אין טאש אריין. יענע מוסד געט ארויס באמעס. וכדומה.

אזא מין גערעדעכטס מוז אפגעשטעלט ווערן, מה עשה הקב"ה, עס האבן זיך געעפנט "האקליין'ס" מענטשן מיט שעפערישע מוחות, געזונטע פאנטאזיע קרעפטן און ארטארישע קוואליפיקאציעס האבן זיך געעפנט האטליין'ס ווי זיי טוען איין זאך: נעמליך וועבן קאנספיראציעס און דערציילן ווי באנקראטירט עס איז דער חוט המשולש פון אורייתא קודשא בריך הוא וישראל. די רבנים זענען פאלנע רוצחים און פוסטע גנבים, די עסקנים זענען פשוט קארופטירטע מאפיאנערן, די לומדי תורה אין די ישיבות און כוללים זענען שטארקע עדיקטעט צו דראגס רח"ל, שמוץ איז חוגג בראש כל חוצות, ווי מען גייט ווארפן זיך מענטשן פון די דעכער - זעלבסטמארד. אלע כשרות ארגענאזאציעס רוקן אריין חלב ודם, חזיר וארנבת אין די אזוי - גערופענע "כשרע" מאכלים אריין, די שלש עבירות החמורות איז היינט -לדבריהם- שטארק אין סטייל, און איז שוין כמעט נישט בגדר עבירה, שווער צו טרעפן היינט א קינד מיט א געהעריגן כשרן ייחוס, אלע זענען זיי אסופי'ס. אין תלמוד תורה לערנט מען מיט זיי? אזוי האט איר געמיינט- ניין! זאגן די האטליינס, מען טוט מיט זיי כל דבר אסור, מען פארוואנדלט זיי אין שקצים און רשעים. די בתי דינים פרובירן צו מאכן סדר ווען אידן האבן א סכסוך, הע אזוי האט איר געמיינט, זיי זענען דא פאר איין ציל מרבה צו זיין מחלוקת און בא'גנב'נען די ארימע.
די האקליינס האבן זיך נישט אפגעשטעלט ביי גארנישט, אלעס וואס איז הייליג און טייער איז געווארן אראפגעריסן אויף א געמיינעם אופן. דער עדה החרדית בית דין אין ירושלים איז מקודש ונערץ בפי כל, פוסק הדור בעל שבט הלוי איז דער העכסטער תורה אויטאריטעט אין די אידישע וועלט, אה וועט ער זיי אויך אראפרייסן. ארגענאזאציעס וואס העלפן אידן געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק איז חביב ונערץ ביי יעדן איד, וועט ער זיי באווארפן מיט קיתונות של שופכין.

די מאדנע וואנזיניגע דרשות האבן געהאט דעם געוואונטשענעם קאנטער ווירקונג, מענטשן האבן זיך געעפנט די אויגן "אזא פנים טראגט מען אז מען ליידט אויף דעם גייסטישן שוואכקייט פון זיין אנטי-רבנים", אזא פנים טראגט מען ווען מען וועבט קאנספיראציעס און מען טראכט אויס חשבונות.

היינט ווען א איד קומט אריין אין מקוה און זאגט "רבי פלוני האט געזאגט אזוי צוליב חשבון פלוני" טאנצן שנעל ארויף אלע נארמאלע מענטשן און זאגן אים "אוי, די ליידסט אויך אויף דעם? די נעמסט דיינע זאכן פון דארט? אוי וויי די הערסט עס? אוי נעבעך! די האסטו נישט קיין פראבלעם מיט געמיינע ניבול פה?
די זעלבע לשון הרע וואס איז נעכטן געווען בא'חן'ט און באטעמט שמעקט היינט פון משוגענע עקסטרעמיזם און רשעות'דיגע שלעכטקייט.
אז א טאטע הערט זיין בחור זאגן עפעס אויפן רב'ס חשבון זאגט ער אים שנעל "אויב מען רעדט אזוי קען מען סוף כל סוף רעדן ווי פלוני, חלילה וחס, רחמנא לישזבן"; אז א יונגל זאגט עפעס אויף זיין מלמד זאגן אים די עלטערן, אויב מען רעדט אזוי קליינערהייט קען מען וואקסן א האטליין רעדנער ווען מען ווערט גרויס!

אלזא, יישר כח אייך פארן אויפטון דאס געוואלדיגע און אויפהייבן די כח התורה און די כבוד פון כלל ישראל!

איר מעגט שוין אויפהערן

איינמאל מיר פארשטייען די פארשלייערטע מאטיוו וויאזוי די האטליין'ס ראטעווען כבוד התורה און ראטעווען שמירת הלשון, השתא דאתית להכא וויל איך בעטן די האטליין רעדנער אז עס איז שוין צייט זיי קענען שוין נעמען די פריוועליגיע פון אויפהערן זיך פארזינדיגן מיטן מויל. דער ציל איז שוין דערגרייכט געווארן.

און אויב מיינען די האטליין רעדנער אז זיי האבן טאקע יא די ערנסטע אויפגאבע פון "לייגן פרעשור אויף די רבנים"
און פאר דעם הייליגן צוועק זענען זיי זיך מנבל דאס מויל און יורש גיהנום און פירן אראפ דעם יוגענט וויל איך זיי אויפדעקן, עס קומט מיר אסאך אויס צו רעדן מיט חשובע פירנדע רבנים, טאקע די אויף וועמען ארויף די האטליינס דארפן ארויפצוגיין, די אויף וועמען ער גיסט אויס טאנען מיט נבלה-סטיל השמצות, די וועלכע דארפן כלומרשט ווערן "געפרעשורט" דורך די האטליין'ס. רבנים וועלכע פירן דעם כשרות, צניעות, דיני תורה, הוראה, הנהגה, איך שטיי אין קאנטאקט מיט עסקנים וועלכע פירן די אידישע וועלט אין אלע תחומים, די נאנטסטע שותפים מיט די רבנים, און והנה זה פלא שמועסנדיג מיט זיי מסיח לפי תומם זעה איך אז די רבנים זענען בכלל נישט "אפ-טו-דעיט" מיט די האטליינערס, זיי ווייסן נישט וואס דארטן ווערט געזאגט, זיי טראכטן נישט פון אים, זיי ווייסן נישט פון אים און ער איז בכלל נישט קיין מאן דאמר ערגעצוואו אין די רבנישע קארידארן.
ער ווערט נעבעך סתם הייזעריג ווען ער ווענדט זיך צו די רבנים.

אלזא די רבנים רעכענען זיך מיט האטליין'ס גאנץ ווייניג.

אה, זיי האלט אבער אויף די האטליין'ס פאר נאך א סיבה ווייל זיי דארפן רעדן צו די רעגירונגס אנגעשטעלטע...! זיי טענה'ן אז דער האטליין איז געצילט צו פעדעראלע אגענטורן וועלכע רעדן כידוע א פליסיגע אידיש, און ער באפעלט זיי אויפן האטליין וועמען צו ארעסטירן און וועמען נישט. צווישן רבנים האב איך א שטיקל ידיעה, צווישן די פאליטישע און רעגירונגס קרייזן בין איך נישט איבריג באהאווענט, אלזא האבן מיר אלע פארשטאנען אז אין קאנגרעס און אין פענטאגאן, אין די עף בי איי און אין די יוסטיץ קרייזן איז דער שמועס איבער אונזערע האטליין'ס. אויב אזוי איז עס נישט א קללה לבטלה, עס צילט צו די פאליטיקאנטן.
אבער אויך דער באלאן האט געפלאצט ווען במשך דעם קאמפיין זעהט דער גאנצער פאלק אלעס וואס גייט פאר מיט די פאלטישאנס, און ליידער האבן סיי מקעין סיי אבאמא און סיי קלינטאן גאר נישט ציטירט די האטליין'ס. אפילו דער האלב קוריאזער ראן פאל ווייסט נישט פון די האטליין'ס צוזאגן. די איינציגע ענדליכע לשון וואס מען האט געהערט פון פאליטיקער אין דעם קאמפיין וואס מען וואלט געקענט חלומען אז עס האט עפעס קשר צום האקליינער זענען דאס וואס מען האט געהערט עטליכע ציטאטן פון זשערמיע רייט....

אבער זייט אייך מחזק טייערע האטליינערס אפילו ווען מען טוט גארנישט אויף, אפילו ווען קיין איין נארמאלער איד הערט אייך נישט, אפילו אז קיין איינער אויף וועם איר רעדט הערט אייך נישט. דאך זענען דא אפאר בחורים וואס הערן אייך, און עס איז כידוע זייער מומלץ אז אויב א בחור האט אמאל מחשבות זרות ביים דאווענען זאל ער אייך הערן. די ריינע ווערטער, ריין פון לשון הרע און ניבול פה ברענגען אריין ריינע גינסטיגע פאזיטיווע מחשבות. א יונגער בחור אדער מיידל וואס איז נאך ריין פון די וועלטס איבלען, תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, עס איז געוואונטשן פאר זיי אז זיי זאלן הערן די זאכן,זייער ריינקייט, זייער תמימות, זייער אמונת צדיקים וועט זיך פיל שטארקן!

10 comments:

Anonymous said...

א גרויסן דאנק ר' דוד, עס האט שוין לאנג אויסגעפעלט אזא פלאץ אויפ'ן וועב. נאך דערצו אז איר פאנגט אן מיט א שרייבער פון אזא קאליבער ווי ר' אשר, וואס עס איז איבריג ארויסצוברענגען את כל תוקף תפארתו.

Anonymous said...

עבד עברי שרייבט:

אשר איז א געוואלדיגער שרייבער און דענקער, אבער פאר נחום ראזנבערגס גרויסע אויפטוען קען ער זיך פארט פארשטעקן. זאל ער אפלאזן די נושא, און ער מוז נישט דינען די רבנישע עסטאבלישמענט, זיי וועלן אים סייוויי דאמפן אויב ער וועט צופיל רודערן און זיין אייגענארטיג

Anonymous said...

א דאנק מעומק ליבי פאר דעם בלאג.
וועגן די אישו וואס הרב לעווין ברענגט ארויף מייין איך אז ער איז בכלל נישט גערעכט. וואס טוען די רבנים אויב נשיט זיצן אגאנצן טאג און הערן די האט ליינס. דער פאקט אז זיי האבן גענומען די מי עס צו אסר'ן ווייזט אז זיי ווייסן גאנץ גוט אז ר' נחום האקט אויף זיי, און זיי קענען עס נישט צוקוקן ווייל זיי ווייסן אז זיינע ווערטער האבן אן השפעה אויף א גרויסע חלק פון דעם ציבןר.

Anonymous said...

עבד עברי,
וואס האט שוין ננחום אויפגעטאן? געב איין ביישפיל וואס נחום האט אויפגעטון?!
נחום איז א אמור הרבה ועשה מעט, עס זאגט און זאגט, אבער ער טוט גארנישט.

Anonymous said...

איך ווייס פאר א פאקט אז עס איז אמת וואס נחום זאגט. איך בין א זון פון א רב וועמען נחום האט שוין מערערע מאל באשמוצט און מיין טאטע ווייסט ניטאמאל דערפון

Anonymous said...

כ'האב געמיינט צו שרייבן אז עס איז אמת וואס אשר לעווין זאגט

Anonymous said...

איך האב אסאך א שייכות מיט רבנים, זיי זענען די וואוילסטע מענשן וואס איז דא ביי כלל ישראל, זיי האבן ליב צי העלפן אידן אין ווערן נישט מיד דערפין.
ר' אשר איז אזוי גערעכט, און בפרט אז ער ברענגט עס אזוי הומאריסטיש ארויס מיט זיין מעכטיגן פעדער כדרכו בקודש.

Anonymous said...

אבינו מלכנו, שלח רפואה שלימה לחולי עמך.

Anonymous said...

יעדעס ווארט הרב לעווין'ס איז אמת ויציב. די מעלה איז אז ער ברענגט עס מיט א זאפטיגע און ניכטערע שפראך אן קיין םינסטערע מיילעך שטערן \שמואל ווידער לשונות צו וואס מרזינען געוואוינט פון די איד\בלאט כה לחי! הרב לעווין גיי ווייטער אן

Anonymous said...

כה לחי!