Sunday, August 3, 2008

דער אידישער גלות איז שולדיג

פון הרב אשר לעווין
אין די לעצטע טעג האב איך געטראפן מיינס א באקאנטער, א ליינער פון מיינע ארטיקלען, א טוב עין וואס אין פרידנס-צייטן זשאלעוועט ער מיר נישט קיינע קאמפלימענטן. עפעס אויף אים באמערק איך באלד אז ער האט אויף מיר א מאגן מיט טענות, אויף מיין פראגע :מדוע פניך ככה רעים היום, וואס האב איך שוין זיך פארזינדיגט?
האט ער מיר גענוי געזאגט זיינע טענות אויף מיין פאריג-וואכיגע עסיי ווי איך האב צענומען די האקליינס-און נאר ווייל ווארשיינליך טראכטן אנדערע אויך ווי ער וועל איך פובליצירן זיין טענה און מיינע ארגומענטן לעניות דעתי-

וואס -האט ער אנגעהויבן גיסן טענות- די רבנים טוען דען די בעסטע זשאב? הא? די כשרות איז אויפן העכסטן לעוועל, הא? די חינוך איז אויפן שענסטן סטאנדארט, וואס? צניעות איז נישט צריך תיקון? ביסטו אזא תמים צו טראכטן אז די ישיבות זענען פיין? זענען נישטא קיינע פראבלעמען וואס ווערן פארשטיקט? די דיני תורה זענען טויזנט פראצענט משפט צדק? איז דען נישט כלל ישראל אין א שפל המצב? איז דען נישט אין לך יום שאין קלקלתו מרובה מחבירתה?
נו וואס רייסטו אונטער אז איינער וויל צימבלען די רבנים און לייגן אויף זיי פרעשור? איז נישט א מעלה צו לייגן לחץ און פארבעסערן די רבנים? זענען דען נישטא קיין טענות אויף די רבנים? איז נישטא קיין גרויסע קשיות אויף די ארגענאזאציעס? קען מען נישט סטעמפלען א "צריך תיקון גדול" אויף די גאנצע זאך?

איך האב אים געענטפערט, און זאל עס יעדער הערן ווייל עס האט א אמת אין זיך:
יא עס איז אמת אז מיר האבן טענות, ביטערע טענות, אבער נישט אויף די רבנים, נאר אויפן אידישן גלות!
דער גלות איז שולדיג אין אונזער מצב!
עס איז געווען אמאל א צייט ווען מיר זענען געווען שרויים על אדמתם, אידן האבן געהאט א הערשאפט, עס איז געווען יד ישראל תקיפה, אידן זענען געווען אין זייער נאטורלין וואוין ארט ארץ הקודש, און אויף אידן האט געהערשט א סנהדרין, עס זענען געווען שופטים ושוטרים, מחוקקים און דיינים, א סנהדרין מיט א גרויסן בודזשעט, א אויטאריטעט וואס האט געטיילט מכת מרדות, עונשים און קנסות. עס זענען געווען מסים וארנונות וואס די מלכות האט גובה געווען, דאס האט באצאלט צווישן אנדערע אויך פאר די סנהדרין און די שרים וואס האבן שולט געווען און הכל על מקומו בא בשלום.
אפילו נאך די עפאכע פון סואווערניטעט אויף ארץ ישראל איז געווען א געוויסע אויטאריטעט ביי אידן, אלו ראשי גלותא וראשי סנהדריא שרודים את העם, עס זענען געווען נשיאים און רישי גולה, וועד ארבע ארצות און ענליכע

יעדער שולט האט פארמאגט זיינע ענינים ווי ער האט געהערשט, דער איז געווען ממונה אויף כשרות, דער אויף צניעות, דער אויף דיני ממונות, דער אויף חינוך און אויב אין עפעס האט געהערשט א שוואכקייט איז געווען צו וועמען צו גיין מיט טענות, אז אין עפעס א תחום איז אפירגעקומען א חולשה האט מען דאס באקעמפט. בית דין מכין ועונשין לצורך השעה. עס זענען געווען ווער עס זענען געשטאנען בראש פון כלל ישראל.

אז איר ווילט נאך א דוגמה, נאט אייך: אויף די רעגירונג קען מען האבן קשיות, אז רפואה איז נישט גוט גיי צו די עף די עי, אז דער חינוך איז נישט גוט טייטלט מען א פינגער אויף עדיוקעישאן דעפארטמענט, אז די פרייזן פון גאז איז הויך קומט מען מיט טענות ומענות צו די ענערגיע און עקאנאמיע אינסטאנצן. זיי עקזיסטירן פון אונזער געלט און זיי דארפן אונז דינען.

אבער אונזער געמיינדע איז עקסטרעם נישט אזוי, עס איז נישט פארהאן קיין ממשלה פון רבנים, עס איז נישטא קיין אויטאריטעט וואס ווערט אויסגעהאלטן פון קהל, קיינער האט נישט קיין שום חוב צו פארטרעטן אדער מושל זיין בישראל, כלל ישראל איז א פארפאלגט פארפיינטעט שעפעלע שה פזורה ישראל, די הנהגה פון כלל ישראל ארבעט וואלונטיריש, גדולי תורה וועמענס הארץ פלאקערט פאר אורייתא קודשא בריך הוא וישראל טוען יותר מכפי יכולתם צו טון פאר כלל ישראל, דער רב זיצט מיט אידישע בחורים און פרובירט זיי מחזק ומעודד צו זיין, דער רב פארט צו עקן וועלט צו פארזיכערן כשרות, דער תלמיד חכם טוט אין פדיון שבויים, דער ראש ישיבה טוט אין מייעץ זיין פאר צובראכענע אידן אין רפואה זאכן, די רבנים האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט קיין פריוואטקייט און קיין וואקאציע, זיי ארבעטן שווער פיר און צוואנציג שעה א טאג, מענטשן הערן נישט אויף קלונגען פון אידן וואס ווילן וויסן דבר ה' זו הלכה ביז מרי נפש וואס רבנים דינען פאר זיי ווי א דאקטאר א טאטע און א מאמע, עצות אין אלע ענינים און היבש קאפ דרייענישן.
אויב איז אמאל געווען א צוים ארום כלל ישראל איז היינט א הפקר וועלט, הגדר פרוץ וארוה כל עוברי דרך, די גדולי התורה שטייען ביי די פירצות און פרובירן מיט מסירות נפש צו אפהאלטן די פורצים.

די חשובע רבנים היושבים על מדין, אפפערן זייער לייב און לעבן פארן ציבור, וויפל מיליאנען דאלארן ווערן אויפגעטריבן דורך די רבנים צו וועמען עס קומען אן אלע צרות ישראל. וויפל הונדערטער צרות ווערן געלעזט אויפן שענסטן אופן דורך די רבנים. און די אלע זאכן זענען זיי מחוייב מער ווי א צווייטער? צו האט מען א טענה אדער א תביעה אויף א רב וואס זיצט איינגעשפארט און טוט גארנישט? אז א רב טוט וואלונטיריש לטובת הציבור איז דא א מקום צו פאדערן עפעס? אין לך בו אלא חידושו און אויסער דאנקען און מכיר טוב זיין האט עס צו קיינעם גארנישט! קענען מיר האבן א טענה אויף א וואלונטיר?

ווי זינלאז איז ווען די האטליין'ס נעמען זיך שטורעמען ווען מען ווערט געוואור פון סיי וועלכע אנטוויקלונג וואס האט א השפעה אויף כשרות, צו איז עס געשמירטע טאמאטן, געשטאפטע קיען, מסופק'דיגע טייטלבוים-אויל, הייבט מען אן מיט א העצע קאמפיין און מען שטורעמט אויף די רבנים, ווי זינלאז איז דאס, האלט טאקע איינער אז די רבנים דארפן האבן שפיאנען און אינספעקטארס אויף יעדן שיף פון מאלאזיע אהער, אין יעדן פארם אין אורוגווייא, אין יעדן טאמאטע פעלד?
יא, בזמן שיד ישראל תקיפה איז ווארשיינליך געווען די אלע זאכן, אזוי ווי די רעגירונג האלט אויף שפיאנאזש און אינפארמאציע צענטערן וואס דארף אלעס וויסן האט א אידישע מלוכה געמוזט וויסן אלעס מה שנוגע אידישקייט, אבער די רבנים, צו פאדערט זיך פון זיי עפעס?

און לו יהא אז איינער האלט אז א געוויסע סיטואציע וואלט געדארפט אנדערש באהאנדעלט ווערן קען ער קיין טענה נישט האבן, דער פאקט אז דער רב 'טוט' שענקט אים שוין אימיוניטעט פון יעדע טענה און פריישפרעכט אים פון אלעס, ווי האט דער חתם סופר געשריבן "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב - עס איז נישטא ווער עס טוט גוטס- ולא יחטא-און ער זאל נישט זינדיגן. אז מען טוט גארנישט מאכט מען קיינע טעותים. אין עשייה איז בהכרח אריינגעמישט טעותים.

דער גאנצער פלפול -זאג איך צו מיין פריינט- איז נאר אם תמצא לומר, און טעראטיש גערעדט צו איז פארהאן א צל טענה קעגן רבנים, אבער אפילו אויב לו יהא איז די האטליין גערעכט, מיר טארן אבער גארנישט טון באיסור כדאי אויפצוטון. מיר קענען נישט האנדלען מיט די תורה, מען טאר נישט עובר זיין אויף לשון הרע, אויף ניבול פה כדאי אויפצוטון. מיר זענען נישט קיין גענעראלן צו זיין בעלים איבער די מלחמה, לא עליך המלאכה לגמור ואי אתה בן חורין להבטל הימנה.זאלן טויזנט תיקונים נישט געמאכט ווערן אבער א איד זאל נישט רעדן קיין לשון הרע ברבים, ווייל מיר האבן א שולחן ערוך.

און איך האב פאר אייך נייעס -האב איך ממשיך געווען פאר מיין ידיד- מען דארף נישט 'פרעשורן' די רבנים ומורי הוראה, זיי זענען -ברובם- נישט בלויז תלמידי חכמים און יראי השם נאר אויך זשענטאל לייט...! יא מען קען מיט זיי פארפירן א פריינטליכן שמועס, זיי לאזן זיך אראפ מן ההר אל העם, מען קען זיי אפילו אויפריכטיג קריטיקירן! און עס איז נישט אזוי שווער מיט זיי דורכצוקומען ווי די הארדליינערס שטורעמען.
אז מען זעהט א פראבלעם, א זאך וואס דארף אדרעסירט ווערן איז א מצוה צו טון למעשה. מען קען ארומגיין צו די רבנים זעהן אז עפעס זאל געטון ווערן. ווייניג זאכן ווערן טאג טעגליך געטון אויפן אינציאטיוו פון ערליכע עסקנים וועלכע באקומען שטיצער פון די רבנים?
און בכלל איז וויכטיג צו וויסן א כלל ברזל אין הלכות מחאה: א מוחה וואס קומט נישט מיט קיינע אלטערנאטיוון, קיינע תיקונים, אלעס איז פסול און קארופטירט איז א פאסקודנער מושחת, א געמיינער מענטש וואס איז פוער פיו אויף יעדע כשרע זאך.

מיין חבר פרעגט מיר אבער "אין אונזער קרייז האט מען יא געהערט אז א גדול בישראל האבן געקענט אמאל אוועקמאכן די היינטיגע רבנים"
איך ערקלער אים אבער: עס איז נישט פשט אז דאס איז געווען באופן מוחלט, די אויסדרוקן אויף די היינטיגע רבנים איז נאר געווען בגדר אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם און צו ציען א פאראלעל אז רעלאטיוו צו אמאליגע ריזן איז דער אויסוואל קנאפ. די מאמרים זענען געווען געצילט פאזיטיוו צו שילדערן די אמאליגע. אבער דאס פארוואנדלען אין א דרך פון מזלזל זיין אין מורי הוראה און גדולי תורה איז א פשע בל יכופר.
און מער פון דעם, לאמיר אריינקלערן, הבה נתחכמה. צו וועט איינעם איינפאלן צו ערקלערן קריג קעגן דעם גאנצן כלל ישראל, קעגן דעם היינטיגן דור ווייל מען זעהט לשונות אז עס איז א שוואכע דור, דור יתום. ניין. דאס איז אונזער דור און נאר דאס האבן מיר. דאס איז דער דור און דאס זענען די רבנים און מיר פארמאגן נישט קיין אלטערנאטיוו.

אונזער שמועס איז געווען באגרעניצט מה שנוגע די רבנים חלק פון די האטליינס ווייל אלע אנדערע נושאי ההאטליין רעדט זיך פון הרחק מן הכיעור, און איך -אנדערש ווי זיי- פיר זיך נישט צו לופטערן כיעור אין פובליקום, אזוי ווי כלל ישראל פירט זיך שוין טויזנטער יארן און אזוי ווי מתוקנים שבאומות פלעגן זיך פירן, אלזא האבן מיר נאר בארירט אפס קצהו.

מיין חבר האט עס פארשטאנען, ער וועט שוין נישט רופן יענעם נומער, פארשטייט איר עס אויך? האפנטליך!

3 comments:

Anonymous said...

קען זיין אז דו ביזט גערעכט אז די רבנים זענן וואלונטירן, זיי גיבן אוועק פון זייער לעבן און טייערע צייט צו העלפן אידן ווען אימער זיי קענען נאר, זיי זענען דזשעטעל לייט, זיי טוען יות מכפי יכולתם. איך בין מסכים מיט דיר הונדערט פראצענט. מיין פראבלעם האב איך נאר ווען געוויסע רבנים געבן אוועק פון זייער צייט מכלומפרשט קער צו נעמען פון געוויסע פירצת און ענינים הצריכים תיקון ווען א יעדע טיפש אין די גאס ווייסט גוט אז עס זענען דא אסאך ערגערע פראבלעמען. ווילסט העלפען? ווילסט אויף טון? דאן פארוואס מאכסטו דיך נאריש מיט קליינע פראבלעמען ווען מען קען נוצען די זעלבע טאלאנטען ון די זעלבע צייט קער צו נעמען פון די שווערע פראבלעמען? אלא מאי, זיי זוכן צו טון און ארעטען אויף זאכן וואס וועט זיי מאכן פאפולער אין די גאס, און נישט זאכן וואס וואס וועט זיי מאכן פאפולער ביים באשעפער!

נאך אמאל איך רעד נאר פון געוויסע רבנים, איך ווייס אז עס זענען דא אפאר אבנים וואס האבן נאך זייער פרייאריטיס גלייך.

Anonymous said...

איך האלט אז די רבנים זענען יא מחיוב זיך צו ספראווען מיט די פראבלעמען. זיי ווילן זיך רופן מיט'ן פרעטיזשפולן טיטל "רבנים" אבער זיך פטר'ן פון די התחייבות'ן וואס קומען מיט דעם

Anonymous said...

איך לייען די ארטיקלען פון הרב לעווין אין צייטשריפט יעדן וואך, און איך האב זייער הנאה פון זיי. גראדע אבער האט די ארטיקל איבער די "האקליינס" - ווי ער רופט עס - מיר זייער נישט געפאלן. עס קומט אויס אז לעווין דינט די אינטערעסן פון די רבנים-עסטעבלישמענט און זוכט צוזאמען מיט זיי אונטערצוברענגען דעם לוחם מלחמות ה' הגאון הצדיק רבי נחום ראזנבערג שליט"א, וואס ווען נישט אים וואלט שוין נישט געווען קיין שריד ופליט פון די שונאי ישראל.
און בכלל, ווער זאגט אז נאר לעווין מעג יעדער וואך אויסטרעפן פרישע פראבלעמען פון כלל ישראל, און מוסר'ט מיט זיינע שטעכעדיגע רייד, הרב נחום האט פונקט די זעלבע רעכטן און מעג אויך ארויסברענגען וואס ער האלט אז עס זענען די פראבלעמען פון כלל ישראל.