Wednesday, August 6, 2008

לאמיר געדענקען!

אברהם גאלד, "דער בליק", אב תשס"ז

נאכ'ן שרעקליכן חורבן וואס כלל ישראל האט געליטן מיט זעכציג יאר צוריק, האבן די גדולי הרבנים דן געווען צי ס'איז כדאי צו באשטימען א תענית אין אנדענק פון די ערגסטע מאסן הריגות וואס האט נאר פּאסירט צום אידישן פאלק. מ'האט דן געווען בכובד ראש און צום סוף איז געווען דער ענדגילטיגער באשלוס אז מ'זאל נישט באשטימען א יום תענית צוליב דעם וואס מיר זענען נישט בכוח אזוינס קובע צו זיין.

ווען מען טראכט אבער אריין האט כלל ישראל אייביג געוואלט אז די ביטערע צרות און שרעקליכע השמדות זאלן תמיד געדענקט ווערן. אנגעפאנגען ביים "זכור את אשר עשה לך עמלק", ביז די שפּעטערדיגע צרות אויף וועלכע עס זענען נתחבר געווארן אן א שיעור פּיוטים צו געדענקען וואס כלל ישראל איז אדורך. ס'איז פּשוט אז אזא חורבן ווי דער האלאקאוסט וואס כלל ישראל איז דורך, טאר אין קיין שום פאל נישט פארגעסן ווערן. נישט נאר דעם מוסר השכל – ווי דאס אז די ערגסטע השמדות זענען געשען דייקא אין דער מאדערנער "אויפגעקלערטער" עפּאכע – דארפן מיר אריינפּרעגלען אין אונזערע קינדער, נאר אויך די עצם צרות, די מאסן הריגות, די צעריסענע משפּחות וועלכע זענען אויסגעמארדעט געווארן מיט דעם גרעסטן מאס אכזריות.

טאקע דערפאר וואס מיר אלע זענען קינדער און אייניקלעך פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די מלחמה, איז דא ביי אונז אזא פאביע ווי ווייניגער צו רעדן דערוועגן, ווי כאילו אז מיט דעם פארזיכערן מיר אונזערע קינדערס וואוילזיין.
עס טאר אבער אין קיין פאל אזוי נישט זיין! זכור את אשר עשה לך עמלק!

די אידן וועלכע האבן מיטגעמאכט דעם קריג ווערן ליידער אלס ווייניגער און ווייניגער. דור הולך דור בא. רבותי! די צייט בלייבט נישט שטיין! איצט אין די ניין טעג – אין דער צייט ווען כלל ישראל דערמאנט אלע ביטערע צרות וואס מ'איז אדורך, דערציילט אייערע קינדער וואס אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט, זאלן זיי וויסן וואס מיר האבן געהאט אויסצושטיין. זאלן זיי דערציטערט ווערן ווען זיי זעען א "מעיד אין דזשערמעני" פּראדוקט און טראכטן צוויי מאל איידער'ן ניצן. זאלן זיי צעטרייסלט ווערן אז ארכי-מערדער און בלוטיגע אנטיסעמיטן ווילן שוין היינט לייקענען די אומבאשטרייטבארע פאקטן, און ליידער זענען פאראן אידישע אפּאלאגעטן צו דינען זייער בעסטיאלן ציל.

זאלן אונזערע קינדער נישט גלייבן אינעם האלאקאסט בלויז ווייל זיי זענען נוגע בדבר, זאלן זיי וויסן! עפנט זייערע קעפּ, זאגט זיי די פאקטן! ווייזט זיי די מיטגעמאכטע הענט פון עלטערע אידן מיט די גרויליגע סיסטעמאטישע ציפערן. זאלן זיי זען דעם מציאות, הערן די עדות'שאפטן, לייענען די גרויזאמע שילדערונגען פון סאביבאר און טרעבלינקע; זאל ביי זיי אין קאפּ אפּהילכן די קוילן-שאסן פון בעלזשיץ, די גאז-קאמער געשרייען פון אוישוויץ. זאלן זיי באזיצן די טריקענע אפענע ראיות, די מאנאלאגן פון אמעריקאנער און רוסישע סאלדאטן, ציטאטן פון די עקלהאפטיגע שריפטן און רעדעס פון היטלער ימ"ש.

זאלן אונזערע קינדער וויסן פון דעם נידערטרעכטיגן געלעכטער פון דעם מערדער אייכמאן ימ"ש ווען ביי זיין פּראצעס האט איינער פון זיינע געוועזענע קרבנות גע'חלש'ט פון אויפרעגונג; די דערשיטערנדע בילדער פון מאסן-קברים אנגעהויפנט מיט ברוטאל-געפּייניגטע קערפּער; אומשולדיגע צעבראכענע מענער, פרויען און קינדער טרעפנדיג זייער מיאוס'ן סוף אונטער א האגל קוילן אדער דערשטיקט צו ווערן דורך "ציקלאן בי".

ווייזט זיי דעם בילד ווי אן אכזריות'דיגער נאצי שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטן מאשין-גאן סעקונדעס איידער'ן צעלעכערן א אידישע פרוי וועלכע כאפּט ארום איר קליין קינד ווי נאר א אידישע מאמע קען.

זכור! לאמיר געדענקען!

דערציילט זיי די געשיכטעס פון אידן וועלכע דרייען זיך נאך מיט אונז לאיוש"ט, זאלן זיי וויסן מיט וועם מיר האבן די זכי' צו טיילן א וועלט. און אז איר ווייסט נישט קיין פּערזענליכע געשיכטעס דאן פרעגט אייך נאך. איך אליין בין די לעצטע וואכן געוואויר געווארן די מלחמה-געשיכטעס פון צוויי אידן וועמען איך קען שוין א סך יארן און נישט גע'חלומ'ט וואס עס באהאלט זיך אויס אונטער זיי. דער ערשטער האט חתונה געהאט פאר'ן קריג און געהאט עטליכע קינדער. ביי דער מלחמה איז זיין גאנצע משפּחה – אריינגערעכנט זיין ווייב און קינדער – אויסגעמארדעט געווארן עקה"ש. נאך דער מלחמה האט ער חתונה געהאט, ממשיך געווען צו זיצן על התורה ועל העבודה און קיינמאל מער נישט געהאט קיין קינדער. דער איד איז א ת"ח עצום, ער קען בבלי און ירושלמי בע"פּ, א זעלטענער עובד ה' באמת, און האט זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען אויף זיין גורל. זיין ווייב – די איינציגסטע קרוב וועמען ער האט געהאט אויף דער וועלט – איז נפטר געווארן עטליכע יאר צוריק, און ער האלט ווייטער אן מיט זיין געוואלדיגער עבודת ה'.

דער צווייטער האט אויך געהאט א שטוב מיט קינדער פאר'ן קריג. פּונקט ווי ביים ערשטן איז זיין גאנצע משפּחה ערמארדעט געווארן ביים חורבן. נאך דער מלחמה האט ער פריש חתונה געהאט מיט דער האפנונג אנצופאנגען א נייעם לעבן. נאך דער חתונה האט ער אנערקענט אז ער איז אריינגעפאלן מיט א נערווען-קראנקער פרוי ל"ע, וועגן גט'ן איז נישט געווען קיין רעדע אין יענע צייטן. די ערשטע צוויי קינדער וואס זענען אים געבוירן געווארן זענען געווען גייסטיש קראנקע ר"ל, ספּעציעלע היימען פאר אזעלכע קינדער האבן נאכנישט עקזיסטירט דאן און מ'האט זיי געמוזט ערציען אינדערהיים. ווען דאס דריטע קינד איז געבוירן געווארן איז זיין ווייב געשטארבן אין עלטער פון 31 יאר, אים איבערלאזנדיג זיך צו ספּראווען מיט די קראנקע קינדער און א קליין בעיבי. די עלטערע קינדער זענען אויפגעוואקסן און זיך געדרייט אין די גאסן ווערנדיג צו שפּאט און צו נאר ביי שטיפערישע קינדער. דאס דריטע קינד איז יא אויפגעוואקסן אלס א נארמאלע, זייענדיג זיין איינציגסטע נארמאלער משפּחה-מיטגליד. אין די שפּעטערע יארן זענען די עלטערע צוויי קינדער געשטארבן, און היינט באווייזט ער צו שעפּן נחת פון זיין איינציגסטע טאכטער און אירע קינדער און אייניקלעך.
אין דער זעלבער צייט איז דער איד א שיינער ת"ח, מיט א זעלטענעם חשק צו תורה אין די טיפע ניינציגער יארן.
מיר קענען נישט משיג זיין די גבורה וואס אונזערע זיידעס האבן באוויזן. מיר קענען נישט דערהערן וואס עס איז דער ריכטיגער און טיפער באדייט פון "א מלחמה-איבערלעבער".

אויב האב איך די זכי' אז עלטערע האלאקאוסט-מיטגעמאכטע אידן לייענען מיינע ווערטער, איז מיין בקשה צו אייך, האלט נישט צוריק אייערע איבערלעבענישן פון אונז; מיר ווילן הערן, מיר ווילן וויסן. דאס וועט זיין די גרעסטע נקמה וואס איז שייך אין דעם צורר ימ"ש. דערציילט אייערע אייניקלעך – ווי אויך אנדערע – וואס איר האט מיטגעמאכט, דערציילט זיי וואס איר זענט דורך. מיר ווילן הערן, מיר ווילן פארשטיין – טראצדעם וואס ביז משיח'ס טאג וועלן מיר דאס קיינמאל נישט קענען משיג זיין.

אין די ימי האבל אויף בית מקדשינו, לאמיר געבן מחשבה צו דעם שרעקליכן חורבן וואס מיר האבן גאנץ לעצטנס געליטן, קוקט אריין אין די פּיוטים וואס די גדולי הרבנים האבן פארפּאסט; אויב זאגט מען עס נישט ביי אייך אין ביהמ"ד, זאגט עס פאר זיך אליין, אדער כאטש לייענט זיי דורך און לייגטס צו הארץ אריינטראכטנדיג אין דעם טיפן אפּטייטש.

2 comments:

Anonymous said...

טייערע ווערטער.
יורדים לחדרי בטן!

Anonymous said...

שפתיים יישק , אין דעם היינטיגן דור ווען די יוגנט האט שוין ליידער נישט קיין געפיל איז זייער וויכטיג אז מען זאל נעמען צום הארצן די אמת'ע ווערטער.